קויף מיר נישט קיין לאָקענעס
און מאַך מיך נישט שײן;
קויף דיר אַ פּאָר שטיװעלעך,
צום פּריזיװ דאַרפֿסטו גײן.
אוי, אוי, אוי,אוי,
יאָשקע פֿאָרט אַװעק;
נאָך אַ שעה און נאָך אַ שעה,
דער פּאָיעזד גײט אַװעק!
זײַ זשע מיר געזינט,
מײַן טײַערע כּלה,
נאָך דיר װעל איך בענקען,
מער װי נאָך אַלע.
אוי, אוי, אוי, אוי,
יאָשקע פֿאָרט אַװעק;
נאָך אַ קוש און נאָך אַ גלעט,
דער פּאָיעזד גײט אַװעק!
די באַן איז שוין געקומען,
און עס כאַפּט מיך אָן אַ שרעק!
לאָמיר זיך נעזענענען,
דער פּאָיעזד גײט אַװעק.
קלאָג זשע נישט און װײן זשע נישט,
ס׳יז אַלצדינג בלאָטע;
איך װעל זײַן בײַ פֿאָניען
דער שענסטער אין דער ראָטע
| (✻) Abraham Moskowitz еще тексты
Оценка текста
Статистика страницы на pesni.guru ▼
Просмотров сегодня: 2