Read by: רפֿאל גאָלדוואַסער
http://www2.polskieradio.pl/eo/dokument.aspx?iid=159570
יצחק לייבוש פרץ
אויפֿן גרינעם בערגעלע
אויפֿן גרינעם בערגעלע
וואַקסט אַ יונג ביימעלע
וויל דאָס ביימעלע נישט שלאָפֿן!
די לבנה טוט עם שטראָפֿן:
צײַט צו דרעמלען, ביימעלע
אויפֿן גרינעם בערגעלע!
אַזוי זאָגן אויך די שטערן,
נאָר דאָס ביימל וויל נישט הערן!
וויל נישט מאַכן צו די אויגן!
איז אַ ווינטל צוגעפֿלויגן:
ביימל, ביימל רויִק זײַן!
און שאָקלט עס און וויגט עס אײַן!
וויגט אַהער, וויגט אַהין
שלאָפֿן מוז אַ ביימל גרין!
דרימלט אײַן דאָס ביימעלע
אויפֿן גרינעם בערגעלע;
אויפֿן גרינעם בערגעלע
דרימלט אײַן דאָס ביימעלע!
ofn grinem bergele
vakst a jung bejmele,
vil dos bejmele nisht shlofn.
di levone tut es shtrofn,
zajt zu dremlen bejmele,
ofn grinem bergele.
a soj sogn ojch di shtern
nor dos bejml vil nit hern,
vil nit machn, zu di ojgn.
is a vintl zu geflojgn,
bejml, bejml, rujig sajn,
un shoklt es, un vikt es ajn
vigt a her un vigt a hin,
shlofn mus a bejml grin,
dremlen mus dos grine bejmele.
drimlt ajn dos bejmele,
ofn grinem bergele
dremlt ajn dos bejmele.
Perez - פרץ еще тексты
Оценка текста
Статистика страницы на pesni.guru ▼
Просмотров сегодня: 1