Гуру Песен Популярное
А Б В Г Д Е Ж З И К Л М Н О П Р С Т У Ф Х Ц Ч Ш Э Ю Я
# A B C D E F G H I J K L M N O P Q R S T U V W X Y Z

Theodore Bikel - Hulyet, Hulyet Kinderlech | Текст песни

שפּילט אײַך ליבע קינדערלעך
דער פֿרילינג שױן באַגינט
אױ ווי בין איך קינדערלעך
מקנא אײַך אַצינד

הוליעט הוליעט קינדערלעך
כּל זמן איר זענט נאָך יונג
ווײַל פֿון פֿרילינג ביז צום ווינטער
איז אַ קאַצן שפּרינג

שפּילט אײַך ליבע קינדערלעך
פֿאַרזױמט קײן אױגנבליק
נעמט מיך אױך אַרײַן אין שפּיל
פֿאַרגינט מיר אױך דאָס גליק

הוליעט הוליעט קינדערלעך
כּל זמן איר זענט נאָך יונג
ווײַל פֿון פֿרילינג ביז צום ווינטער
איז אַ קאַצן שפּרינג

קוקט נישט אױף מײַן גרױען קאָפּ
צי שטערט דאָס אײַך אין שפּיל
מײַן נשמה איז נאָך יונג
ווי צוריק מיט יאָרן פֿיל

הוליעט הוליעט קינדערלעך
כּל זמן איר זענט נאָך יונג
ווײַל פֿון פֿרילינג ביז צום ווינטער
איז אַ קאַצן שפּרינג

מײַן נשמה איז נאָך יונג
און גײט פֿון בענקשאַפֿט אױס
אַך ווי גערן ווילט זיך איר
פֿון אַלטן גוף אַרױס

הוליעט הוליעט קינדערלעך
כּל זמן איר זענט נאָך יונג
ווײַל פֿון פֿרילינג ביז צום ווינטער
איז אַ קאַצן שפּרינג

שפּילט אײַך ליבע קינדערלעך
פֿאַרזױמט קײן אױגנבליק
ווײַל דער פֿרילינג עקט זיך באַלד
מיט אים דאָס העכסטע גליק

הוליעט הוליעט קינדערלעך
כּל זמן איר זענט נאָך יונג
ווײַל פֿון פֿרילינג ביז צום ווינטער
איז אַ קאַצן שפּרינג

Theodore Bikel еще тексты


Видео
Нет видео
-
Оценка текста
Статистика страницы на pesni.guru ▼
Просмотров сегодня: 1