Гуру Песен Популярное
А Б В Г Д Е Ж З И К Л М Н О П Р С Т У Ф Х Ц Ч Ш Э Ю Я
# A B C D E F G H I J K L M N O P Q R S T U V W X Y Z

Zhenya Lopatnik - Ver vet blaybn (di verter fun Avrom Sutskever, di muzik fun Zhenya Lopatnik) | Текст песни

אברהם סוצקעווער
(2010-1913)

װער װעט בלײבן? װאָס װעט בלײבן? בלײבן װעט אַ װינט,
בלײבן װעט די בלינדקײט פונעם בלינדן, װאָס פאַרשװינדט.
בלײבן װעט אַ סימן פונעם ים: אַ שנירל שוים,
בלײבן װעט אַ װאָלקנדל פאַרטשעפּעט אויף אַ בוים.

װער װעט בלײבן? װאָס װעט בלײבן? בלײבן װעט אַ טראַף,
בראשיתדיק אַרויסצוגראָזן װידער זײן באַשאַף.
בלײבן װעט אַ פידלרויז לכבוד זיך אַלײן,
זיבן גראָזן פון די גראָזן װעלן זי פאַרשטײן.

מער פון אַלע שטערן אַזש פון צפון ביז אַהער,
בלײבן װעט דער שטערן, װאָס ער פאַלט אין סאַמע טרער.
שטענדיק װעט אַ טראָפּן װײן בלײבן אין זײן קרוג.
װער װעט בלײבן? גאָט װעט בלײבן, איז דיר ניט גענוג?

Статистика страницы на pesni.guru ▼
Просмотров сегодня: 1
Видео
Нет видео
-