Гуру Песен Популярное
А Б В Г Д Е Ж З И К Л М Н О П Р С Т У Ф Х Ц Ч Ш Э Ю Я
# A B C D E F G H I J K L M N O P Q R S T U V W X Y Z

Алина Ивах, Иван Лебедев - Reyzele | Текст песни

שטײט זיך דאָרט אין געסעלע,
שטיל פֿאַרטראַכט אַ הײַזעלע.
דרינען אױפֿן בױדעם־שטיבל
װױנט מײַן טײַער רײזעלע.
יעדן אָװנט פֿאַרן הײַזל
דרײ איך זיך אַרום,
כ'גיב אַ פֿײַף און רוף אױס: רײזל,
קום, קום, קום!

עפֿנט זיך אַ פֿענצטערל
װאַכט אױף ס'אַלטע הײַזעלע
און באַלד קלינגט אין שטילן געסל
אַ זיס קול, ס'רעדט רײזעלע:
־־ נאָך אַ װײַלע װאַרט, מײַן ליבער,
באַלד װעל איך זײַן פֿרײַ,
גײ זיך נאָך אַ פּאָר מאָל איבער;
אײנס, צװײ, דרײַ.

גײ איך מיר אַ פֿרײלעכער,
זינג און קנאַק מיר ניסעלעך,
הער איך אױף די טרעפּלעך שפּרינגען
אירע דראָבנע פֿיסעלעך.
שױן אַראָפּ פֿון לעצטן טרעפּל,
כ'נעם זי ליב אַרום,
כ'גיב איר שטיל אַ קוש אין קעפּל ־
קום קום קום!

כ'װיל דיר בעטן, דודל,
זאָלסט אַרױף נישט פֿײַפֿן מער.
־־ הערסט, ער פֿײַפֿט שױן ־־ זאָגט די מאַמע
זי איז פֿרום; ס'פֿאַרדריסט זי זײער.
פֿײַפֿן, זאָגט זי, איז נישט ייִדיש;
ס'פּאַסט נאָר בלױז פֿאַר "זײ".
גיב אַ צײכן פּראָסט אױף ייִדיש,
אײנס, צװײ, דרײַ!

כ'װעל פֿון הײַנט נישט פֿײַפֿן מער;
דערױף גיב איך אַ שבֿועהלע.
דיר צוליב װעל איך אַפֿילו
װערן פֿרום, מײַן צנועהלע
כ'װעל זײַן, װען דו װילסט נאָר, רײזל,
װי דײַן מאַמע פֿרום,
יעדן שבת גײן אין קלײַזל.
קום קום קום!

כ'גלײב עס דיר מײַן ליבענקער,
אין דערפֿאַר דיר דודל
שטריק איך אַ שײן תּפֿילין־זעקל
מיט אַ מגן־דודל
װען געפֿעלן ס'װעט אין קלײַזל
זאָגן זאָלסטו זײ
"ס'האָט געשטריקט מײַן ליבע רײזל
אײנס, צװײ, דרײַ!"

אַ דאַנק פֿאַר דײַן מתּנהלע;
איך ליב אַזױ דיך רײזעלע,
איך ליב דײַן מאַמע, כ'ליב דאָס געסל,
כ'ליב דאָס אַלטע הײַזעלע.
כ'ליב די שטײנדלעך לעבן הײַזל;
טרעטסט אױף זײ אַרום.
הער, דײַן מאַמע רופֿט שױן, רײזל!
קום קום קום.

גײ איך מיר אַ פֿרײלעכער,
זינג און קנאַק מיר ניסעלעך,
הער איך אױף די טרעפּלעך לױפֿן
אירע דראָבנע פֿיסעלעך.
װידער שטײט פֿאַרטראַכט דאָס הײַזל,
ס'געסל װידער שטום.
קום צו מיר אין חלום, רײזל,
קום, קום, קום!

Алина Ивах, Иван Лебедев еще тексты


Оценка текста
Статистика страницы на pesni.guru ▼
Просмотров сегодня: 1
Видео
Нет видео
-