Гуру Песен Популярное
А Б В Г Д Е Ж З И К Л М Н О П Р С Т У Ф Х Ц Ч Ш Э Ю Я
# A B C D E F G H I J K L M N O P Q R S T U V W X Y Z

Давид Эшет - Кукт ди нахт | Текст песни

קוקט די נאַכט אַרײַן אין פֿענצטער,
פֿאַלט אַ שניי, דער פֿראָסט איז גרויס.
נאָר מײַן מאַמע, אוי, מײַן מאַמע
לאָזט פֿון שטוב מיך נישט אַרויס.

"גיי נישט, - זאָגט זי, - "אין די גאַסן,
וווּ עס טאַנצט אַרום דער האַס!"
כ'האָב דיך, מאַמע, נישט פֿאַרשטאַנען –
און איך בין אַרויס אין גאַס.

קוקט די נאַכט אַרײַן אין פֿענצטער,
הער איך, ווי עס וויינט דער ווינט.
כ'האָב דיך, מאַמע, נישט פֿאַרשטאַנען –
יאָ, איך בין געווען אַ קינד.

שוין פֿאַרבײַ אזוי פֿיל יאָרן,
פֿאַלט אַ שניי, דער פֿראָסט איז גרויס.
ווידער בעט דיך דאָרט אַ מאַמע:
"גיי פֿון שטוב הײַנט נישט אַרויס!"


Давид Эшет еще тексты


Видео
Нет видео
-
Оценка текста
Статистика страницы на pesni.guru ▼
Просмотров сегодня: 1