Гуру Песен Популярное
А Б В Г Д Е Ж З И К Л М Н О П Р С Т У Ф Х Ц Ч Ш Э Ю Я
# A B C D E F G H I J K L M N O P Q R S T U V W X Y Z

Хава Альберштейн - דער זומער אָװנט דעמערט | Текст песни

דער זומער אָװנט דעמערט



דער זומער אָװנט דעמערט,

פֿײגל זינגען – טרילילי.

אַלצדינג װאָלט גוט געװעזן,

װען דו װאָלסט געװעזן הי.



איך זע די בענקשאַפֿט עפֿנט,

די פֿענצטער פֿון יעדן הױז,

און קוקט מיט געטרײַע אױגן,

צו אַלע װעגן אַרױס.



ציגײַנערטעס װאַרפֿן קאָרטן,

און לעזן אַראָפּ פֿון דער האַנט.

„זי איז אַ הױכע אַ שײנע

און װױנט אין אַ פֿרעמדן לאַנד.



מלכּה טרעף – זי הײסט מלכּה,

מלך פּיק – דער סולטאַן,

די מלכּה װעט קומען צו פֿאָרן

מיט דער שיף און די באַן.“



איך שטײ בײַם אָפֿענעם פֿענצטער,

און פֿיבער חלום און װאַרט,

די ציגײַנערטעס און שטערן

האָבן נישט אײן מאָל מיך אָפּגענאַרט.



פֿונדעסטן איז גוט װאָס זײ קומען

אין זומער פֿאַרנאַכטן צו גײן

װען ס׳לאַמען דער בענקשאַפֿט די פֿליגל

און דו ביסט אײנער אַלײן.



די ציגײַנערטעס און שטערן

האָבן נישט אײן מאָל מיך אָפּגענאַרט.

פֿונדעסטן שטײ איך בײַם פֿענצטער

מיט גלױביקע אױגן און װאַרט.



דער זומער אָװנט דעמערט,

פֿײגל זינגען – טרילילי.

אַלצדינג װאָלט גוט געװעזן,

װען דו װאָלסט געװעזן הי.

Хава Альберштейн еще тексты


Видео
Нет видео
-
Оценка текста
Статистика страницы на pesni.guru ▼
Просмотров сегодня: 1